All credit goes to JDN
אן אומבאשרייבליכע טרויער לאזט זיך אראפ אצינד אויף די חסידישע וועלט וכל בית ישראל, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זכר צדיק וקדוש לברכה, רבי זיידא אליעזר זאב ראזענבוים זצ"ל, וועלכער איז יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון פינף און זיבעציג יאר, לדאבון לב חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל.
דער רבי זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי הערשעלע קרעטשניפער זי"ע, און א איידעם ביי הרה"ק רבי יחזקא'לע מערץ זי"ע מתולעת יעקב, דער רבי האט מכהן געווען באדמורו"ת ניינצן לעכטיגע יארן, זייענדיג מלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, אריינבלאזנדיג עמערס פון חיזוק און חיות דקדושה אין די עצמות היבשות בארבע כנפות הארץ.
בליל התקדש חג פסח אין יאר תש"י, האט אויפגעשיינט דעם לעכטיגן אור מיטן געבורט פון די צווייטע זון ביי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע, וועלכער האט דאן געוואוינט אין קרית אתא אין ארץ ישראל, וואו ער האט געפירט דעם שיינעם קרעטשניפער הויף פאר לאנגע יארן מיטן פארצייטישן חן און ווארעמע אטמאספערע. דער רבי איז אויפגעוואקסן אין שויס פון זיין גרויסן פאטער, און זיין זיידן הרה"ק רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע בעל דבר חיים, אבי אמו הרבנית עליה השלום. סיי מצד אביו און סיי מצד אמו האט דער רבי געצויגן א הערליכע יחוס צו די הייליגע צדיקים לבית קרעטשניף און נדבורנא, דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע זי"ע ולמעלה בקודש, זיין זון הרה"ק רבי מאיר'ל קרעטשניפער זי"ע, הרה"ק רבי איתמר'ל דער אלטער רבי פון נדבורנא זי"ע, און נאך פילע צדיקים וקדושים פון אלע דורות.
משחר טל ילדותו איז דער רבי געווען באקאנט מיט זיין פייערדיגע עבודה, אין יעדע מצוה און דבר טוב האט דער רבי אריינגלייגט א אומבאשרייבליכע עבודה צו דינען דעם אויבערשטן מיט העכערע כוחות, צו ביים דאווענען און לערנען, צו ביי אלע אנדערע מצוות השם, וואס מען האט געקענט זעהן דעם פייער פלאם וואס קאכט לעשות רצון הבורא בדרך אבותיו הקדושים.
ווי א יונג קינד איז דער רבי געטאנצן און געשפרינגען ביי די זיבעציגער יארן, און נישט נאכגעגעבן פון זיין עבודה, אויפגעפלאקערט אידישע הערצער לאביהם שבשמים, אריינגעבאקן אמונה טהורה אין יונגע בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים צוגלייך, געטאנצן ביי די טישן און אריינגעארבעט אויף א זעלטענע פארנעם, געזינגען די ניגוני קודש מיט השתפכות הנפש, און אריינגעברענגט דעם ציבור המשתתפים אין א העכערע אטמאספערע.
דער רבי זצ"ל האט ליידער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, מיט זיבן און צוואנציג יאר צוריק האט ער ליידער פארלוירן די רעבעצין ע"ה, בלייבענדיג מיט קינדערלעך יתומים. דער רבי האט חתונה געהאט נאכאמאל מיט הרבנית הצדיקת תליט"א, א טאכטער פון הגה"צ ר' אפרים פישל בראך זצ"ל אבד"ק מאדא. א תקופה דערנאך האט דער רבי געוואוינט אין וויליאמסבורג און געפירט זיין שיינעם הויף, דא אין אמעריקע האט דער רבי איבערגענומען די כתר האדמורו"ת, נאכן הסתלקות פון אביו הגדול הרה"ק מקרעטשניף זי"ע, אין חודש אייר תשס"ו, און עטליכע יאר שפעטער האט דער רבי זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און איבערגעפלאנצט דעם שיינעם הויף אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים עיר הקודש.
די לעכטיגע השפעה פונעם רבי'ן האט זיך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, חסידים ומעריצים וואס האבן ארויפגעקוקט אויף זיין צורה פון איבער די גאנצע וועלט, און דער רבי פלעגט טאקע ארומפארן בארבע כנפות הארץ צו משפיע זיין אויף אידישע קינדער, און מרעיף זיין טללי תחיה אויפן יהדות הגולה, ווען איבעראל וואו דער רבי איז אנגעקומען איז באלד געשאפן געווארן א כינוס פון חסידים ואנשי מעשה, וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו.
אין א רייע שטעט איז אויך געעפנט געווארן בתי מדרשים תחת נשיאתו הרמה, אין בית שמש בנשיאות בנו הגדול הגה"צ רבי נפתלי הירצקא ראזענבוים שליט"א, אין וויליאמסבורג דורכ'ן רבי'ן זעלבסט, און ווערט היינט געפירט דורך דער צווייטער זון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא שליט"א, אזוי אויך האט דער רבי א בית המדרש אין קרית יואל און אין לאנדאן הבירה.
ליידער איז דעם שבת געשעהן א ביטערע אומגליק, ווען דער רבי איז פלוצלינג אוועקגעפאלן ביי תפלת מנחה בליל שבת קודש, געליטן פון א ערנסטע סטראוק רח"ל, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א רייע ביטערליכע קאמפליקאציעס. די מצב האט זיך ליידער בלויז פארערגערט, אין די צייט וואס אידישע קינדער האבן איינגעריסן לרפואתו, מען האט צוגעגעבן דעם נאמען "ברוך" אלס א סגולה פאר א רפואה, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרומים.
דער רבי זכר צדיק לברכה לאזט איבער א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער בנין וחתנין רבנן, בנו הגדול הגה"צ רבי נפתלי הירצקא יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף סיגעט בית שמש, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א, הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק האניפאלי שליט"א, הגה"צ רבי ניסן חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, הגה"צ ר' מאיר ארי' לייב ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, און הגה"צ ר' יואל זוסמאן ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים ברוך לייפער שליט"א מבישטינא קרית טאהש.
די איידימער פונעם רבי'ן זענען הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, הגה"צ ר' חיים אלי' יואל איליאוויטש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק יעמערינג שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר שנעעבאלג שליט"א אבד"ק סטרעליסק, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, הגה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סאלקא שליט"א, הגה"צ ר' ישראל הורוויץ שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, און הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מסאסוב און פינסק קארלין שליט"א.
צו דעם לאזט דער רבי איבער זיין איינציגער ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים, זיין איינציגע שוועסטער הרבנית אשת חבר כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, און די שוואגערס לבית תולעת יעקב, כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א.
זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.



















Comments
Post a Comment